Vem av kvinnorna på bilderna tror du beskrivs nedan?
בײלע שעכטער גאָטעסמאַן איז געבױרן געװאָרן אין עסטרײַך אין יאָר 1920 . װען זי איז געװען אַ קלײן קינד האָט זיך איר פֿאַמיליִיע געצױגן קײן טשערנאָװיץ, אַ שטאָט װאָס ליגט הײַנט אין אוקרײַנע. דעמאָלץ איז עס געװען ראָמעניע . אין דער פֿאַמילייע האָט מען גערעט אַ סך שפּראַכן אָבער די הױפּט־שפּראַך איז געװען ייִדיש. די עלטערן און אַלע אירע געשװיסטער האָבן אַ סך געזונגען אין דער הײם. הײַנטיקע צײַטן זיצן אַלע מיט אירע מאָבילקעס און קאָמפּיוטערס. דעמאָלץ איז מען געזעסן און דערצײלט מעשיות און געזונגען לידער צוזאַמען.נ
בײלע און איר מאַן האָבן איבערגעלבט די מלחמה און געפֿאָרן קײן אַמעריקע. דאָרט האָבן זײ זיך באַזעצט אין נײַו־יאָרק אין די געגענט בראָנקס. זײ האָבן געװױנט צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישרעדערס. זײערע קינדער און אײניקלעך האָבן אַלע גערעט ייִדיש. די גרופּע איז געװען זײער אַקטיװ מיט ייִדיש. נ
זײ האָבן געגרינדעט אַ ייִדישע שולע װוּ בײלע איז געװען אַ לערערקע. זי האָט אױסגעלערנט די קינדערלעך אַ סך ייִדישע לידער און אױך געשריבן לערנביכער און נײַע לידער. זי איז געװען זײער שעפֿעריש און האָט אױך געמאָלט בילדער, געשריבן פּאָעזיִיע און ביכער. נ
nuförtiden הײַנטיקע צײַט
på den tiden דעמאָלץ majses berättelser מעשיות bosätta sig זיך באַזעצן överleva איבערגעלעבט, איבערלעבן kreativ שעפֿעריש |
Österrike עסטרײַך
flytta געצױגן, ציען a sach många, mycket אַ סך milchome krig מלחמה grannskap געגענט grunda גרינדען |