מײַן שולע

 

 

 

 

 

 

מײַן שולע

איך גײ אין זיבטן קלאַס. ס’איז אַ ייִדישער קלאַס. ס’איז דאָ דרײַ ייִדישע קלאַסן אין דער שולע. אין דער גאַנצער שולע זײַנען דאָ אַכט הונדערט שילערס און מער װי דרײַסיק קלאַסן. אין די ייִדישע קלאַסן לערנען מיר זיך העברעיִש און ייִדישע לימודים, חוץ פֿון די אַנדערע לימודים. איך האָב ליב שפּאַניש, ענגליש און רעליגיע. איך האָב נישט ליב היסטאָריע און פֿיזיק.נ

אין מײַן קלאַס זײַנען דאָ זעקס און צװאַנציק תּלמידים.  צען מײדלעך און זעכצן ייִנגלעך. מיר האָבן פֿאַרשײדענע לערערס אין די פֿאַרשײדענע לימודים.נ

די לעקציעס הײבן זיך געװײנטלעך אָן אַ פֿערטל נאָך אַכט. מיר האָבן אַ הפֿסקה פֿאַר אָנבײַסן און גײען צו אונדזער עסצימער. דאָרט גיט מען כּשר עסן. איך האָב ליב דאָס עסן אין דער שולע. בעת די הפֿסקות שטײען מיר אין די קאָרידאָרן און רעדן און קוקן אין אונדזערע מאָבילקעס.נ

מיר ענדיקן געװײנטלעך דרײַ אַ זײגער. דאַן גײ איך אַהײם און כאַפּ עפּעס צו עסן. אין אָװנט מאַך איך מײַן הײםאַרבעט. מיר האָבן נישט קײן סך הײםאַרבעט, װאָס איז גוט.נ